הויפט בלאט
אנווייזונגען
אנווייזונגען וויאזוי צו נוצן
שטאפל 1:
גייט צום לינק:
https://zicuharabim.github.io/QR-SMS/index.html
שטאפל 2:
מאכט זיכער אז די
Bookmarks Bar
איז אפן.
מען קען דאס עפענען דורכ'ן דרוקן
Ctrl
+
Shift
+
B
צוזאמען.
אדער דורכ'ן אנשטעלן ביי די סעטינגס.
שטאפל 3:
אצינד גיי צום
בלויען "Google SMS QR Extractor" קנעפל
, קליק אויף דעם מיט'ן מייזל, און אזוי קליקנדיג
'שלעפ' דאס אריין
אינעם 'בוקמארקס באר'.
שטאפל 4:
איר וועט יעצט זען דעם 'בוקמארק' אין אייער 'באר'.
שטאפל 5:
איינמאל דער בוקמארק ליגט אין דעם באר, גייט צום בלאט מיט'ן QR קאוד, און קליקט אויפ'ן 'בוקמארק'.
שטאפל 6:
דאס וועט אויטאמאטיש עפענען א נייעם טעב. אין דעם נייעם טעב קליקט נאכאמאל אויפן בוקמארק.
שטאפל 7:
עס וועט זיך עפענען א פאפ-אפ, וואס וועט אייך געבן א 'פאון נאמבער' פון 6 ציפערן, מיט א 'מעסעדזש'.
שטאפל 8:
איר דארפט א אצינד טעקסטן אקוראט דעם 'מעסעדזש' צום אנגעבענעם 'פאון נאמבער'.
שטאפל 9:
פאר אייער באקוועמליכקייט קענט איר קאפיען דעם 'נומער', דעם 'מעסעדזש', אדער ביידע צוזאמען, דאס צו קענען אריינשיקן באיזה אופן צו אייער פאון.
שטאפל 10:
איר קענט פארמאכן דעם פאפ-אפ. עס קען נעמען אפאר סעקונדעס, ביז איר וועט זען א מעסעדזש אז איר קענט צוריקגיין צום אנדערן טעב.
שטאפל 11:
גייט צוריק צום אנדערן טעב, און ענדיגט דאס אויפסעטן.
אייער אקאונט איז אצינד באשטעטיגט!